• Upcoming Events

  • Announcements

  • Our Address

  • Department of Germanic Languages
    414 Hamilton Hall, Mail Code 2812
    1130 Amsterdam Ave
    New York, NY 10027

  • Tel: 212.854.3202
    Fax: 212.854.5381
    E-mail: germanic@columbia.edu

  • Deutsches Haus
    420 West 116th Street
    (between Amsterdam Ave and Morningside Dr)

A few words in Yiddish

אַן אױסגעצײכנטע געשיכטע

דער ציל פֿון דער ייִדיש-פּראָגראַם בײַם קאָלאָמביע אוניװערסיטעט איז צו לערנען די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור; צו שטיצן דעם אינטערעס און טעטיקײט אין דער ייִדישער קולטור; אױסצושולן געלערנטע װאָס װעלן זײַן אַקטיװ אין דער אַקאַדעמישער און קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה. נאָך דער פֿאַרטיליקונג פֿונעם צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן אין מיזרח-אײראָפּע בעת דער צװײטער װעלט-מלחמה איז די עובֿדה צו פֿאַרזיכערן דעם המשך פֿון דער ייִדישער קולטורעלער טראַדיציע דורך דערציו.נג געװאָרן ממש אַ מוז.

די פּראָגראַם בײַם קאָלאָמביע אוניװערסיטעט איז געגרינדעט געװאָרן אין 1952 װען דער באַרימטער לינגװיסט אוריאל װײַנרײַך איז געװאָרן דער ערשטער פּראָפֿעסאָר פֿון לינגװיסטיק און פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. נאָך זײַן פֿאַרדערצײַטיקן טױט אין 1967 האָט ד"ר מיכל הערצאָג, װײַנרײַכס אַ געװעזענער סטודענט, איבערגענומען די פֿירערשאַפֿט פֿון דער פּראָגראַם. אָט די צװײ פּראָפֿעסאָרן האָבן אַנטװיקלט און פֿונאַנדערגעבױט די פּראָגראַם און זי איז געװאָרן אַ װעלטצענטער װאָס האָט אױסגעשולט אַ נײַעם דור ייִדיש-פֿאָרשערס און לערערס.

זינט 1989, נאָך דער פֿונאַנדערלאָזונג פֿונעם לינגװיסטישן אָפּטײל געפֿינט זיך די פּראָגראַם אינעם אָפּטײל פֿון דײַטשישע שפּראַכן. די פּראָגראַם באַשטײט פֿון קלאַסן פֿאַר ביזגראַדויִר און גראַדויִר סטודענטן, און אַן אינטענסיװער זומער-פּראָגראַם אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן ייִװאָ. מלבֿד דער ספּעציעל אָפּגעגעבענער לערערשאַפֿט זײַנען אַ סך פֿון די מיטגלידער פֿונעם אָפּטײל פֿון דײַטשישע שפּראַכן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט סײַ װי פֿאָרשערס סײַ װי לערערס אין דער קולטור פֿון דײַטשע ייִדן.

הײַנט זײַנען פֿאַראַן זיבן סטודענטן אין דער ייִדיש דאָקטאָראַנטן-פּראָגראַם. אין 2004 טן יאָר האָט מען אינױגורירט דער באַנײַטער ביזגראַדויִר-פּראָגראַם פֿון ייִדיש מיטן סיום פֿון צװײ סטודענטן װאָס האָבן געהאַט ייִדיש פֿאַר אַ הױפּט-לימוד. צוזאַמען מיט די װאָס קאָנצענטרירן זיך אױף ייִדיש-לימודים זענען די װאָס טוען צװישנלימודישע און פֿאַרגלײַכיקע פֿאָרשונג אױך אָנגעלײגט.

קאָלאָמביע האָט אױך לעצטנס אָנגעשטעלט אױף קאַטעדרעס פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור עטלעכע װיכטיקע פֿאָרשערס װאָס זײַנען מומחים פֿון ייִדיש. אַ סך פֿון אָט די פֿאָרשערס אַמטירן אױפֿן צװישנאָפּטײלישן קאָמיטעט פֿון ייִדיש-לימודים װאָס העלפֿט װײַטער פֿירן סײַ די גראַדויִר סײַ די ביז-גראַדויִר סטודענטן די װײַטהאַלטערס. די פּראָגראַם פֿון ייִדיש-לימודים איז, קײן עיִן-הרע, שױן לעצטנס געװאָרן פֿופֿציק יאָר אַלט; מיר האָפֿן אַז די קומעדיקע פֿופֿציק יאָר װעלן אַפֿילו זײַן נאָך בעסער.

© Columbia University | Website designed and developed by Yevgeniy Slutskiy & Slav Levin