The Online Treasury of Yiddish Poetry

דער ״אױפֿן-װעב״ אוצר פֿון ייִדישע לידער

Portrait
×

A Bisl Backgroundאַ קלײנער פֿאָן

Write some historical/social/literary background relevant to this poem, poet, time, etc.

Read by The Reader

Portrait

פּאָרטרעט

Ana Margolin

אַנאַ מאַרגאָלין

translated by Translator

The Poem (its translation).
א. לעיעלעס'ן

ווייל שפּאָט און אומגליק האבן דורכגעגליט איר לעבן,
האָט זי געטראָגן אַזוי שטאָלץ דעם קאָפּ,
ווי ס'וואָלט זי גאָט געהיימניספול דערהויבן.

אין לערען הויז, אין שפּיגל זיך געזען ווי דורך אַ רעגן.
און ווי עס וואָלטן אַלץ איר נאָכגעקוקט באַקאַנטע,
איז זי פייערלאַך געגאַנגען זיך אַנטקעגן,
ווי מען גייט אַנטקעגן אַן אינפאַנטע.

גערוט, גערוט. געזעסן גלייך און שטייף.
און ניט פאַרטרויט איר מאַסקע אויך דער איינזאַמקייט,
ווען ס'האָבן גוטע אָוונטיקע שאָען
יאָמערנדיק גענייגט זיך איבער איר און איבער אַלץ.
און נאָר געפילט : וויסטער, פלאַמיקער שגעון
דריקט צערטלאַך איר צונויף דעם האַלז.
1929

The Poetדער דיכטער

Write something interesting about the poet!

Resources

More on the poet:   An Example  More on the poem:   An Example  More on context:  An Example 

Check usage of "" by date (all poems)
Check usage of "" by poet (all poems)
Check usage of "" in this poem
Check usage of "" by poem (this poet only)
Check usage of "" by date (this poet only)
Creative Commons License
Except where otherwise noted, content on this site is licensed under a Creative Commons Attribution-ShareAlike 4.0 International License.