A Bisl Backgroundאַ קלײנער פֿאָן
Write some historical/social/literary background relevant to this poem, poet, time, etc.
Read by Arkady Gendler
My Hometown Soroke
מײַן שטעטעלע סאָראָקע
Arkady Gendler
אַרקאַדי גענדלער
translated by Translator
The Poem (its translation).
װי עס פֿליסט דער אַלטער דניעסטר
צװישן בערג און צװישן טאָל
שטײט פֿאַרחלומט מײַן סאָראָקע
מיט אַ פֿעסטונג פֿון אַמאָל
דאָרטן אין אַ ייִדיש געסל
האָט מײַן מאַמע מיך געװיגט
און אַ װיג־ליד מיר געזינגען
װעלכע האָט מײַן האַרץ דערקװיקט ...
דאָרטן האָב איך בײַ אַ רבין
אױסגעלערנט אַלף־בית
בײַ מײַן אַרבעט פֿלעגן רינען
פֿון מײַן שטערן טײַכן שװײס
בײַ דעם שײנעם קערצן בריקל
דאָרט שפּאַצירט האָב איך מיט פֿרײַנד
דאָרט באַגעגנט זיך מיט ליבע
װעלכע דױערט נאָך ביז הײַנט...
ס’האָבן װילדע, בײזע װינטן
מיט מײַן הײמאַט מיך צעשײדט
און דעם עולם פֿון דעם שטעטל
אױף דער גאַנצער װעלט צעשפּרײט
כאָטש פֿאַרלאָפֿן זענען יאָרן
נאָר ניט אױסגעהײלט מײַן שמאַרץ
כ’װעל דיך קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן
זינגט מײַן ליד נאָך אין מײַן האַרץ...
2001