A Bisl Backgroundאַ קלײנער פֿאָן
Write some historical/social/literary background relevant to this poem, poet, time, etc.
Read by The Reader
The President
דער פּרעזידענט
Leah Kapilowitz Hofman
לאה קאַפּילאָװיטש האָפֿמאַן
translated by Translator
The Poem (its translation).
װען איך װאָלט זײַן אַ פּרעזידענט
װאָלט איך דאָס גאַנצע געלט פֿאַרשװענדט
און געלט װאָלט איך געהאַט אַ סך
װאָלט איך זיך קויפֿן יעדע זאַך.
אַ צירקוס װאָלט איך אויפֿגעשטעלט
אַרום צו פֿאָרן אױף דער װעלט,
איך װאָלט געקױפֿט אַזאַ מין פֿערד
װאָס לױפֿט און רירט נישט אָן די ערד.
איך װאָלט געקױפֿט אַן אָט'מאָביל
און װאָלט געפֿאָרן װוּ איך װיל.
אַן אָט'מאָביל? ניט איך, אָ נײן!
איך װאָלט געקױפֿט אַן עראָפּלײן.
אַן עראָפּלײן! און איך װאָלט דרײסט
דעם גאַנצן הימל דורכגערײזט.
דערנאָך װאָלט איך גענומען גאָר,
און אָפּגעקױפֿט אַ קענדי סטאָר.
אָ! װאָלט איך דאַן האָבן פֿאָן.
זיבן טשאָקלאַדס אױף אײן צאָן!
אײַז קרים, קענדי, װאָלט איך דאַן,
געגעסן װיפֿל ס'איז פֿאַראַן.
איך מײן, אַז איך אַלײן װאָלט גאָר
אױפֿגענאַשט די גאַנצע סטאָר.
איך װײס נאָר ניט צי כ'װאָלט געקענט
אַזױ נאָך זײַן אַ פּרעזידענט...
1918